שטייט זיך מעכיל ביים באן, ער שטייט שוין אין די שורה פאר א לאנגע צייט, ער האלט שוין זיין בילעט אין די האנט, מיט אלע פאפירן גרייט, עס איז א גרויס געלויף יעדער וויל פארן מיט דעם באן, עס איז דער לעצטער באן היינט וואס פארט צום גרויסן שטאט וואו עס קומט פאר היינט דער גאר גרויסער יריד, און אויף דעם באן וויל זיך יעדער זעהן מיטפארן נישט אינטער בלייבן פון דעם גרויסן געלעגנהייט.
די וואס האבן שוין בילעטן שטייען רואיג און ווארטן אויף זייער רייע, אבער פון די אנדערע זייט מאכן זיך אויך אזוינע וואס פרובירן זייער מזל כאטש זיי האבן נישט געקויפט קיין בילעט, עס איז שוין נישט געווען צו קויפן וויבאלד עס האט זיך שנעל אויספארקויפט. די באן קאנדאקטאר מיט זיינע געהילפן זענען פארנומען פארשוויצט מיט פארטרייבן די וואס האבן נישט קיין בילעטן, יעדע פאר מינוט שטעלט זיך אפ די רייע, און מ'זעהט ווי מ'ווארפט אראפ פון באן נאך איינעם און נאך איינעם פון די וואס האבן זיך ארויפגעכאפט אן קיין רשות.
מעכל שטייט פארזארגט, און פאנגט אן ממש צו ציטערן, ער רופט זיך אן פאר זיין משפחה אז ער האט מורא ער גייט אהיים, ער וועט שוין אויף דעם באן נישט ארויף גיין היינט, מעכל זאגט ער האט מורא זיך צו שלאגן מיט די באן באהערדע, ער זעהט ווי מ'האלט אין איין פארטרייבן מענטשן פון דעם באן, ער האט צו דעם נישט קיין כח.
אבער מעכל, דו האסט דאך א בילעט, דו פארשטייסט אז דער גאנצער בהלה פארוואס מ'טרייבט אראפ די מענטשן פון באן איז נאר דיר צו מאכן פלאץ. דו מיינסט אז דער קאנדאקטער וואלט אזויפיל צייט פארברענגט אראפצוטרייבן מענטשן? וואס גייט אים אן ווער די קונדשאפט איז? ער וויל צופרידן שטעלן זיינע קונדן און זיי האלטן געהעריגע פלעצער לויט וויפיל בילעטן מ'האט פארקויפט, דו האלט שטארק אן דעם בילעט, און מיט דעם וועסטו באקומען א פיינעם פלאץ, גיב נאר אכט אז די שלעכטע לייט זאלן דיר דעם בילעט נישט אוועק נעמען ווייל דאן וועלן זיי קענען רואיג זיך ארויפבאקומען אויפן באן און נישט ווערן אראפגעטריבן.
אה מעכיל פארשטייט שוין און איז רואיגער יעצט.
בא אל פרעה, דער הייליגער חידושי הרי"ם זאגט, משה רבינו האט מורא געהאט אריינצוגיין צו פרעה ווייל דאס הארץ האט אים וויי געטון זעהנדיגט וואס פארא כח פון עקשנות וואס פרעה האט פאר זיין טמא'נע רצונות, משה רבינו מיט זיין ענוה האט געקלערט אז ער איז נאך נישט אנגעקומען צו די מדריגה פון עקשנות פאר די הייליגע זייט ווי אט די עקשנות וואס ער זעהט ביי פרעה דעם רשע. עס האט באנג געטון פאר משה צו זעהן דעם קאנטראסט און נישט געקענט צוקוקן דעם פרעה'ס עקשנות.
אויף דעם האט אים דער אויבערשטער געענטפערט: דארפסט דיך נישט זארגן ווען דו זעהסט אט אזא אומבאגרייפליכן עקשנות, כי אני הכבדתי את לב פרעה, איך האב דאס געטון, איך גיב אים דעם גרויסן כח צו קענען זיך אזוי טיעפער באגראבן, און איך טוה דאס אלעס למען שתי אותותי, אלעס צו טוהן פאר מיינע קינדערלעך, די טייערע קונדן וואס האבן דעם הייליגן בילעט פון בני אברהם יצחק ויעקב.
זארג דיך נישט ווען דו זעהסט אז דער כח פון דעם רשע, די כח הטומאה שטארקט זיך און עס זעהט דיר אויס ווי דער כח הקדושה האט אפי' נישט קיין שאנס צו געווינען אט דעם שטארקן כח פון די טומאה, ניין, דאס איז א כח וואס קומט אויך פון אויבן און אלעס איז נאר להיטיב לברואיו צו די יראי וחושבי שמו, עס איז א הימלישער כח וואס דער צד הטומאה באקומט כדי צו געבן מער שכר, א שענערן פלאץ אויפן באן, מ'דארף נאר אנהאלטן דעם בילעט און קיינמאל נישט אויפגעבן.
דאס לערנט אונז די פרשה, מ'זעהט אמאל ווי דעם רשע גייט גוט, ער האט א כח וואס דערשרעקט אמאל דעם ערליכן איד, ער זעהט זיך ארום אן א מערכה כבידה וואס זעהט אויס אומזיגבאר, ער קוקט מיט שרעק ווי דער רשע וועט פאר אלע קאסטן אויספירן זיין שלעכטס, און ער וואונדערט זיך צו די קדושה קען זיגן.
אבער ער דארף אלס געדענקען אז עס איז דער קאנדאקטאר דער הייליגער בורא וואס זאגט כי אני הכבדתי את לבו, איך האב דאס געטון ספעציעל פאר דיר מיין קינד, אלעמאל איז דא אטיעפערן חשבון פארוואס דאס וועט בייהילפיג זיין פאר דיר דעם ערליכן איד. דער איד דארף נאר אנהאלטן דעם בילעט, זיך האלטן צו די תורה הק' וועט ער אנקומען צום דעם חלק לעולם הבא וואס איז אנגעברייט פאר יעדן איינציגן איד. מיט אמונה און שטארקע בטחון וועט ער אנקומען צו זיין ציהל בשלימות.