→ דרשות
פתיחה ברוכים הבאים – סוף פון א פולן טאג לימודים, ביי נעילת שער. א טעות אין אנדערע נושאים ווערט מען געוואויר אויבן אין הימל; א טעות אין דעם נושא ווערט מען געוואויר דא בחיים, און ס'טוט וויי. אלעס קומט מיט א תפלה צום בורא עולם, אבער מ'דארף טון השתדלות נישט צו פאלן צו לאסט אויף כל הקהל הקודש, און אויפציען די קינדער מיט רואיגקייט. התחלה איז וויכטיג: א קרומער אנהייב איז שווער צוריקצודרייען, און ס'איז נישטא קיין "וואקאציע" ביז מ'ווערט עלטער און דאס לעבן טייערער – דערפאר יעצט.דער "לייף סטייל" א יסוד גדול: א הויכער "סטאנדארט" איז נישט במציאות נאכצולויפן – פון אנהייב שכל, און א נארמאלער סטאנדארט.(מ'לאכט פון אינגעלייט "געבוירן עשירים" – נישט קיין כבוד, נישט קיין טראסט; מ'טוט נישט ביזנעס מיט איינעם וואס פארשטייט נישט דעם ווערד פון געלט.) כלל א' – א שותפות מיטן ווייב די פינאנציעלע לעבן איז א שותפות מיטן ווייב – סיי הוצאות, סיי הכנסות. "פותח את ידיך ומשביע לכל חי רצון": פאר פרנסה דארף מען אויך דעם נס פון איין רצון ביי צוויי מענטשן ("כשם שאין פרצופיהן שוות..."). פארוואס? א שטארקער שלום בית רינגעלע; און ווען מ'דארף צוזאמציען דעם פאסיג אדער מאכן החלטות, איז שווער צו פארשטיין צו געבן אויב זי האלט נישט מיט.ווי א ביזנעס: יעדער טוט זיינס, אבער דער פלאן און די וועכנטליכע/חודש'ליכע אנאליזן – צוזאמען.ווען זי ברענגט פרנסה: אפי' ע"פ הלכה געהערט מעשי ידיה צום מאן, פעלט אויס א "פיפטער שולחן ערוך" – רעספעקט פאר איר ארבייט, נישט טיילן באפעלן אויף איר חשבון.קאמיוניקאציע: נישט סתם טיילן דיעות; אויף א שיינעם אופן צוזאמען פארשטיין די פלענער, אז זי זאל זעהן אז ס'איז לטובת די שטוב.פארן בודזשעט – צוזאמען קלאר מאכן דעם חילוק "מוזן" און "וועלן", מיט א געמיינזאמע מיינונג. וואס איז א בודזשעט? א פלאן – נישט קיין "מעשה ביכל" פון געוועזענע פאקטן, נאר השתדלות אויפן עתיד. (מעשה פון ר' יוסף מאיר מארקאוויטש) דער תכלית: "ידיעה" – וויסן וואס עס טוט זיך.א חורבן פאר ביזנעסער: געלט קומט אריין, מ'שפירט מצליח, און מ'קוקט נישט אין די ביכער – מ'באמערקט נישט ביז ס'טוט וויי, און מ'שפירט נישט דעם ווערד פון געלט.געלט באקומט א באדייט ווען דער ציל איז די געברויכן פון די אידישע שטוב, נישט לוקסוס – נאר ווען מ'ווייסט וויפיל מ'דארף און וויפיל מ'האט. משל: מער ווי 90% לאטערי מיליאנערן, פריער אויף אפאר הונדערט דאללער א וואך, זענען געבראכן געגאנגען אין 24 חדשים.און דאס ווען מ'האט; ווען ס'איז אנגעשטרענגט מוז מען אוודאי וויסן מיט וואס מ'האנדלט. פראקטיש – שרייבן א בודזשעט דריי זאכן פריער: א לוח; די פארדינסטן (טשעקס, סטאבס); די הוצאות (באנק רעפארט, גמ"ח, אדער אליינס נאכגיין) – און אפשרייבן.לויט צייט: וואך, חודש, יאר. (א חודש איז נישט פונקטליך 4 וואכן: 52 וואכן צעטיילט אויף 12 איז 4 און אביסל.)יעדע הכנסה אריינרעכענען, אפי' גאווערמענט הילף. מ'האט ליעב "אומגעציילטע איבריגע געלט" ווי א קושן, אבער ס'איז פארקערט: רואיג ווען נישט צו, און אומרואיג ווען ס'איז באמת גוט. פארן פיינעל דרעפט – שרייבן פריי, נישט קארגן מיט פלאץ; יעדע שיינע טשארט הייבט אן ווי סקריבלעריי. אינקאם: אויך איינמאליגע באנוסעס און טעקס ריטוירנס (אן עקסטערע קאלום, פאר עקסטערע הוצאות אדער סעיווינגס – אבער אפשרייבן). קאמישן – אן עווערעדזש.כולל געהאלט איז א געהאלט (פארהערן און באנוסעס – פרוטה פרוטה מצטרפת). סופארט פון די עלטערן: וויסן קלאר וויפיל סופארט מ'באקומט פון די עלטערן און פונעם שווער, און ביז ווען. דעם בודזשעט בויען ווי ס'ענדיגט זיך אין דער צייט – אזוי איז עס א מתנה און נישט קיין קוליע וואס מ'שטיצט זיך דערויף. און נישט פארגעסן הכרת הטוב צו ביידע זייטן.הוצאות: קודם די קלארע (רענט); מעשר – פונקטליך 10%; טאשן געלט – א מציאות."מיסקעלעניוס": א בערך'דיגער נומער; מיט דער צייט זעהט מען אן עווערעדזש.דאן זעהט מען צו מ'איז אין פלאס אדער מיינוס – און צו מ'דארף יערליכע באנוסעס צו דעקן דעם לאך. וויכטיג!!! פונעם "יערליכן טאטעל" באשטימען חודש און וואך; א סכום און נישט מער – און נוצט מען מער, וויסן און האלטן חשבון. פלאס? סעיוון פאר די באשלאסענע "מוזן", און דערנאך אפי' פאר א שטארקן "ווילן".מיינוס? מ'קען זיך מסדר זיין; בארגט מען, ווייסט מען וויפיל, מ'ווערט נישט קיין בעל חוב, און מ'קען מסדר זיין א הלואה מיט פעימענטס וואס פאסן אין בודזשעט. (מעשה פון דעם אינגערמאן)טייערע חדשים (יום טוב, פסח): לויטן לוח א גרעסערער סכום, אדער א ספעציעלער מהלך – טעקס ריטוירנס, אדער יעדע וואך אביסל אין די זייט (ענוועלאופ, באנק).אימערדזשענסי פאנד – פון די וויכטיגסטע זאכן, נאך פאר די "מוזן"; מעגליך נאר מיט א פונקטליכן בודזשעט. וויכטיגער פון אלעם: FOLLOW UP – אן צייט איבערצוקוקן איז די ארבייט גארנישט ווערט.מהלך החיים – פארמיידן א "קריזיס" מ'פלאנירט נישט קיין עשירות און נישט קיין עניות – נאר לויטן מציאות יעצט. דער וואס פלאגט זיך פאר פרנסה גייט גרינגער אדורך מיט א באזעסענעם לעבנסשטייגער; אן עושר מסודר האט א מיליאן מאל מער. אידן אן גרינגע געלט – בשמחה, א פעסטע שטוב, און געלט מאכט נישט די קינדער אומעטיג; און עשירים מיט מכל טוב, וואו א קרומער פיטום מאכט אן אנגעצויגענע שטוב ביז מ'דארף הילף פון אינדרויסן. א בודזשעט איז ח"ו נישט קעגן אמונה ובטחון – ס'איז השתדלות: "וויסן" דעם מציאות און לויט דעם לעבן. וואס האט געארבעט פאר אן עלטערן און קליגערן, ארבייט נישט דווקא פאר מיר – נאכמאכן דעם מהלך, נישט די פרטים פון יענעמס לעבנסשטייגער. (קויפן א רעקל) אוועקלייגן געלט – יעדער אנדערש (באנק, גמ"ח, ענוועלאופ'ס); דער עיקר: זיך האלטן צום מהלך. קרעדיט קארדס אפפערס קומען, און ס'שמעקט גוט אז א גויאישע קאמפאני "טראסט" מיך... מ'מעג און ס'גוט צו האבן א קארד, אבער: נאר פאר אנגייענדע הוצאות, באצאלט דעם זעלבן חודש; אין ערגסטן פאל – טאפלט פונעם מינימום. קען מען נישט באצאלן די גאנצע ביל אויף אמאל – דער טאטעל באלאנס פון אלע קארדס אונטער 30%. פוינטס – נאר א באנוס, קיינמאל א סיבה. בארגן א קרעדיט קארד – נאר מיט ישוב הדעת, און נאר ווען מ'איז אין גרין (ע"פ הלכה צאלט מען אליינס די לעיט פעימענטס...). מיט א קארד קען אלעס קאסטן טייערער – פארשטיין לעיט פעימענטס און פי'ס. איבערקוקן די ביל; אן אומבאקאנטער טשארדזש – אריינרופן (שווינדל פאסירט אסאך). קרעדיט סקאור: מארטגעדזש בראוקערס, א דזשוינט אויף א קארד, און די כללים אויבן.דעביט קארדס – די בעסטע. גוטע געשעפטן – DEALS כולל אינגעלייט ווערן קרבנות פון פאלשע "גוטע אינוועסטמענטס" – פארבלענדט פונעם גלאנץ. כלל א': וואס מ'קען נישט אויסשמועסן מיטן "שותף" (די ווייב) – נישט טון: א סימן אז ס'טויג נישט, און סיי ווי טויג עס נישט פאר שלום בית.כלל ב': נאר נאכן איבערשלאפן און איבערשמועסן מיט איינעם וואס ווייסט – נישט אליינס."צו גוט צו זיין אמת" – איז עס; א גוטער הסבר? זיך אינטערעסירן אין די "היסטארי". א נייער חידוש וואס ס'איז קיינמאל נישט געווען כדוגמתו? אין חדש תחת השמש – לאזן אנדערע זיך לערנען. "גייט קיינמאל נישט זיין" – איז נישטא (למשל ריעל עסטעיט...). פארוואס קומט מען צו אינגעלייט און נישט צו רעפאנירטע אינוועסטארס? – גוטע קרבנות. סעיווינגס זיך איינגעוואוינען פון אנהייב: ערשט אוועקלייגן, דערנאך ספענדן – מיט א קלארן בודזשעט ווייסט מען וויפיל, אן זיך נארן. אן אימערדזשענסי פאנד – א מוז (צוביסלעך). סעיווינג איז נישט קיין לוקסוס – ס'איז אן "אוטסטענדינג ביל". דאס ערשטע קינד: פון ערשטן טאג אן אוועקלייגן אביסל יעדע וואך, אז ווען ס'קומט בשעה טובה ומוצלחת די ערשטע גרויסע הוצאה – דאס ערשטע קינד – זאל עס אייך נישט כאפן אומגעגרייט.אינוועסטמענטס – א גוטער "ווילן", נישט קיין מוז; נאר מיט "צווייטע געלט" וואס מ'דארף נישט צום לעבן. נישט פארמישן מיט סעיווינגס. ס'איז דא גוטע אינוועסטמענטס – אבער אכטגעבן, פראפעסיאנאלן, נישט די אייגענע חכמה ("לערנען אויף יענעמס בארד איז גרינגער"); און נישט מיט די ערשטע געלט. אינשורענס און "סעיווינגס": קודם טערם לייף – ביליג, און שוץ פאר דער משפחה. "האול לייף" און דער S&P 500 זענען נישט קיין סעיווינגס. דער סדר: שוץ, אימערדזשענסי פאנד, ערשט דאן אינוועסטירן.א איינמאליגער סכום געלט (גאווערמענט, לאטערי) א חודש צוויי נישט אנרירן. איבערשמועסן מיטן ווייב, עלטערן אדער א מורה דרך. קוקן אויף א נאנטע גרויסע הוצאה; דארפן קעגן ווילן; ערשט דאן באשליסן. אומגעריכטע געלט איז א ברכה פון הימל, נישט פאר א "שוואויל טאג"; "נישט געארבעט דערויף" – אבער ס'טוט וויי צו פארלירן, און ס'איז א חטא איום ונורא צו פארשווענדן די מתנה פאר צוקונפטיגע שוועריגקייטן. (געזעהן: לאווישע וואקאציעס פון גאווערמענט פראגראמס – א מתנה פון הימל צוריקגעווארפן אין הימל (ר' חנינא בן דוסא?), און א סטאנדארט וואס ווערט א רייץ אדער א חיוב ווען ס'איז נישטא.) די חתונה געלט: גלייך נאך די חתונה קומען אריין די מתנות – דער גרעסטער סכום אויף איין מאל וואס מ'וועט זעהן אויף לאנגע יארן. דער זעלבער כלל: א חודש נישט אנרירן, דערנאך זיך זעצן צוזאמען, מאן און ווייב, און באשליסן. דער רוב דערפון זאל ווערן דער אימערדזשענסי פאנד – א קושן אויף שפעטער, נישט קיין געלט צום אויסגעבן.דזשאבס ווען? אויסשמועסן מיט די עלטערן – נישטא איין תירוץ פאר יעדן.וואס פאסט? ס'דארף דעקן די הוצאות און בויען א רעזומעי; שפעטער שטייגן אדער זוכן בעסערס."לוינען"? די ערשטע דזשאב איז א טריט – דעקן הוצאות און אוועקלייגן אביסל; צו "בעסער" איז נישטא קיין גרעניץ. (מיין קינדערגארטן עקספיריענס)יעדע דזשאב לערנט: סאושעביליטי, ביזנעס, קאסטומערס.עקספערטיז איז דאס וויכטיגסטע – אלס רעדן מיט אן עלטערן. אויפן דזשאב: געטריי, צייטליך, נישט טיילן דיעות (בפרט ווען ניי), פאזיטיוו – זוכן אז דער ביזנעס זאל מצליח זיין.א טאלאנט? מ'מעג זוכן (און דערווייל ארבייטן ערגעץ), אבער "חלומות" אן געלט פירן אין א שווערע בלאטע – קודם פארדינען, און בויען קענטעניס אין דער ביזנעס וועלט און א רעזומעי.די ווייב'ס דזשאב דער עיקר: "חיזוק" – אויסהערן וואס שטערט איר.נישט זיין "העראיש" און זיך אריינמישן צווישן איר און דעם בעל הבית: חיזוק, אנווייזן צו פרעגן אירע עלטערן אדער א מבין; נישט אריינשפרינגען פאר מ'ווייסט קלאר די פראבלעם, און נישט גלייך נעמען א שטעלונג (טראץ וואס מ'גלייבט די אייגענע ווייב) – ס'קען ברענגען אסאך אומאיינגענעמליכקייטן. וד"ל. שטאטישע פראגראמען רוב אינגעלייט זענען בארעכטיגט – דערפאר האט די רעגירונג עס געמאכט. נישט אביוזן, נאר נעמען וואס מ'איז בארעכטיגט – דער חילול ד' ווען מ'באשולדיגט א איד אין נעמען אומבארעכטיגט איז גאר גרויס. פרובירן ארויסצודרייען – ס'איז א "שוועבל באקסל" שווער ארויסצוקריכן; ווער ס'דרייט זיך ארויס קומט אן פיל מער. אויסשמועסן מיט עקספערטן (אין קרית יואל די ווילעדזש אפיס; אין יעדע שטאט די וואס טוען דערין) – "נישט זיין קיין אויבער חכם". שאפינג נאר מיט א פארגעגרייטע ליסטע. סעיל – נאר וואס מ'וואלט סיי ווי געקויפט. קוקן אויפן זעלבן שעלף פאר ביליגער; נישט איבערצאלן פאר א ברענד נעים. ביי א גרעסערן ארדער – אמאל צוויי געשעפטן, אדער קלארע אינפארמאציע וואו ס'איז ביליגער. אמאל ביליגער אויף אפאר זאכן און טייערער אויף אנדערע – קלאר פארשטיין. חובות פארמיידן חובות מיט אלע כוחות, אפי' קליינע – זיי ברענגען גרויסע קאפווייטאג. ווען מ'מוז – א דאללער ווייניגער, נישט מער. זיך פארחובו'תן כדי צו מאכן געלט – קיין פלאן, סיידן מ'האט אנדערע געלט צו דעקן. שוין חובות? נישט באהאלטן; אנרופן פאר מער צייט; פריאריטעטן (נישט ווי די בת היענה); הילף פון עסקנים אדער חברים.בארגן א צווייטן – א מצוה, אבער גרייט צו פארלירן; "ערשטע רוגזה איז די בעסטע" – שטרות און ערבות; בעסטע דורך א גמ"ח. לסיומא דמילתא – דער טעלעפאן איך בין נישט קיין מורה דרך אדער מגיד שיעור, נאר איך טו אין שלום בית און עסקנות; נעמט אן פון מיר איין זאך, און דער טאג וועט זיך לוינען פארן גאנצן לעבן: קומען אהיים פון ארבייט/כולל און ארויסנעמען דעם טעלעפאן (אפי' פאר עפעס וויכטיגס) – א שלעכטער מעסעדזש, שווער צו פאררעכטן. טעקסט מעסעדזשעס זענען געקומען ווייל א טעלעפאן מוז מען גלייך ענטפערן און טעקסט נישט – אבער מענטשן ווערן מער פארלוירן אין טעקסט ווי אין טעלעפאן. אסאך "ריסעט'ס" אלס קינד (נייע כיתה, נייער חדר); איר גייט צום לעצטן גרויסן ריסעט – צוויי וועגן: חתונה האבן מיט טעקסט און גרופעס, און שפעטער פרובירן ארויס ווען מ'זעהט דעם חורבן – חרוב שווער; אדער פריש מיט א כשר'ן טעלעפאן: אן טעקסט – מה טוב; מוז מען – ח"ו נישט קיין גרופעס, א זיכערער חורבן (ווי אלע מדריכים זאגן). טייערע חתנים: אנהייבן אין קאנטראל און שפעטער באשליסן, אדער נישט אין קאנטראל – וועלכעס???קבל את האמת ממי שאמרו – נישט פרעגן "ווער איז ער צו זאגן?", איר ווייסט עס דאך בעסער פון מיר. היינטיגע בחורים דארפן נישט די עלטערע דור צו פארציילן וואס דער חורבן איז – מ'קען לאזן די חתנים פארציילן, און ס'וועט זיין שמים מספרים. ברכה: עטס זאלטס אלע זוכה זיין אויפצושטעלן בתים נאמנים בישראל לד' ולתורתו, אן קיין עגמת נפש, מיט הרחבת הדעת לשם ולתפארת, ביז די גאולה שלימה במהרה בימינו אמן.שיקן